דעם 27סטן אָקטאָבער וועלן פֿאָרקומען די וואַלן אין ישׂראל. 38 פּאָליטישע פּאַרטייען האָבן זיך פֿאַרשריבן צו פּרובירן געווינען וואָס מער פֿון די 120 מעגלעכע ערטער אין דער כּנסת. אין די פֿריערדיקע וואַלן, האָבן קאַנדידירט 40 פּאַרטייען. לויט דעם געזעץ, מוז מען געווינען גענוג וואַלן אויף כאָטש פֿיר (4) דעפּוטאַטן — דאָס הייסט 3.25% פֿון דעם סך־הכּל פֿון אַלע מענטשן וואָס האָבן אָנגעגעבן „כּשרע“ שטימעס.
אין די פֿריערדיקע וואַלן האָבן 70.83% פֿון אַלע בירגער אין לאַנד מיט שטימרעכט (4,764,742 פֿון 6,788,804) דערמעגלעכט 10 פֿון 40 פּאַרטייען אַרײַנצוטרעטן אין דער כּנסת. דעמאָלט האָט מען געדאַרפֿט האָבן בערך 153,000 שטימען כּדי אַ פּאַרטיי זאָל קענען אַרײַנפֿירן זייערע ערשטע פֿיר דעפּוטאַטן אין דער כּנסת. הײַנט, מיט 4 יאָר שפּעטער, וועט מען מסתּמא דאַרפֿן באַקומען נעענטער צו 200,000 שטימען.
ווי עס זאָל ניט זײַן, קעמפֿן די גרויסע פּאַרטייען פֿאַר יעדער שטימע, און באַמיען זיך פּטור צו ווערן און דערשטיקן די מעגלעכקייטן פֿון יענע קלענערע פּאַרטייען וואָס וועלן אפֿשר ניט דערגיין צו דעם מינימום פֿון 3.75% — און דערבײַ ׳אַוועקפּטרן׳ שטימען פֿון זייערע טראַדיציאָנעלע, סעקטאָריאַלע שטיצערס (למשל פֿרומע-פֿרײַע, רעכטע-לינקע, ייִדן-ניט-ייִדן).
הײַ-יאָר איז בכלל אַ גרויסער מיש-מאַש פֿון פּאַרטייען. פֿאַראַן נײַע שפּילערס וואָס ענדערן דאָס דעמאָגראַפֿישע און סעקטאָריאַלע פּנים פֿון געוויסע טראַדיציאָנאַלע פּאַרטייען, אָדער פֿון נײַע פּאַרטייען וואָס זײַנען ערשט אויפֿגעקומען. למשל, צו דער אַראַבישער/איסלאַמישער פּאַרטיי „רע׳ם“ האָט זיך צוגעשטעלט אַ ייִד — יואבֿ סגלוביץ (סעגאַלאָוויטש) — וואָס איז אַ געוועזענער הויפּט פֿון דער ישׂראל־פּאָליציי, אַ פֿיגור מיט וויכטיקע דערגרייכונגען.
„עמך ישראל“ – שטיפֿקינד פֿון די רעכטע
אויף דער רעכטער זײַט פֿון דער פּאָליטישער מאַפּע איז אַנטשטאַנען אַ נײַע פּאַרטיי, „עמך ישראל“, פֿון עופֿר ווינטער, אַ געוועזענער גענעראַל־בריגאַדיר. זײַן שותּף, דער צווייטער אין זײַן רשימה, איז יוסוף חדד (כאַדאַד), אַ קריסטלעכער אַראַבער וואָס איז אין דער צײַט פֿון דער צווייטער לבֿנון־מלחמה פֿון 2006, געווען אַן אָפֿיציר אין דער גולני דיוויזיע פֿון צה״ל. קעמפֿנדיק פֿאַר ישׂראל, איז ער שטאַרק פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן. ער איז אויך באַקאַנט אויף דער סאָציאַלער מעדיאַ בײַם העלדיש פֿאַרטיידיקן מדינת־ישׂראל קעגן אַנטי-ציוניסטן און אַנטיסעמיטן. ווינטערס ציל איז, אַרײַנברענגען פֿרישע בלוט אין די רייען פֿון די רעכט-געשטימטע פּאַרטייען.
די פּאַרטיי ווערט פּראָיעקטירט צוצונעמען שטימען פֿון דער גרעסערער „ליכּוד“־פּאַרטיי, געפֿירט פֿון בנימין נתּניהו. לויט די מערסטע שטים־אַנטקעטעס ביז הײַנט, וועט „עמך ישראל“ ניט דערגרייכן די געהעריקע 3.75% און אַלע שטימען וועלן דערפֿאַר פֿאַרלוירן גיין. עס ווערט דעריבער איצט געפֿירט אַ גאָר שטאַרקע אַקציע פֿון דער ליכּוד פּאַרטיי אַז „עמך ישראל“ (און אויך נאָך עטלעכע קליינע רעכט-געשטימטע פּאַרטייען) זאָל זיך אָפּזאָגן פֿון אָנטיילנעמען אין די וואַלן. עופר ווינטערס קעגנערס האָבן שוין מצליח געווען אָפּצושרעקן איינעם פֿון די 4 וויכטיקסטע קאַנדידאַטן פֿון „עמך ישראל“, וואָס האָט זיך די טעג אָפּגעזאָגט פֿון קאַנדידירן.
„מילואימניקים„ (רעזערוויסטן) מיט „כּלכּלית„ (עקאָנאָמיע) – „וואָס“, ניט „ווער“
ווען מע קוקט אויף אַ גראַפֿיש בילד פֿון ווי די 120 כּנסת־ערטער ווערן אײַנגעטיילט צווישן די פֿאַרשיידענע פּאַרטייען — לויט די טעגלעכע שטים־אַנטקעטעס — זעט מען דאָס אײַנגעטיילט אויף דרײַ חלקים. פֿון איין זײַט, זעט מען די מעגלעכע צאָל קאַנדידאַטן פֿון דער איצטיקער קאָאַליציע (וואָס נעמט אַרײַן „ליכּוד„ צוזאַמען מיט די חרדישע און אַנדערע רעכט־געשטימטע פּאַרטייען). פֿון דער אַנדערער זײַט, זעט מען די צאָל מעגלעכע קעגנער (סײַ צענטריסטישע, סײַ לינקע, סײַ רעכטע פּאַרטייען) וואָס ווילן פֿאַרבײַטן די איצטיקע רעגירונג פֿון נתּניהון. דער דריטער בלאָק באַשטייט פֿון די אַראַבישע פּאַרטייען. פֿאַראַן אָבער — אין געוויסע פֿון די דיאַגראַמעס — אַ פֿערטע גרופּע, וואָס געהערט צו אַ ספּעציפֿישער פּאַרטיי וואָס פֿירט גאָר אַן אַנדערע פּאָליטיק פֿון די אַנדערע.
צוויי נײַע פּאַרטייען לייגן אָבער פֿאָר עפּעס גאָר אַנדערש פֿון די טראַדיציאָנאַלע רעכטע און לינקע פּאַרטייען: יועז הנדל (יאָאַז הענדל) פֿון דער „המילואימניקים“ (רעזערוויסטן) פּאַרטיי בשותפֿות מיט ירון זליכה (זאַליכאַ) פֿון דער „הכּלכּלית„ (עקאָנאָמיע) פּאַרטיי. זיי וואַרפֿן אָפּ די פּאָלאַריזירטע געדאַנקען און האָבן אֶ פּלאַטפֿאָרמע וועלכע שטעלט דעם טראָפּ אויף „וואָס“ מע דאַרף טאָן. דעם „ווער“ עס דאַרף דאָס אַדורכפֿירן איז ווייניקער וויכטיק – ספּעציעל וואָס אין דער הײַנטיקער פּאָליטיק איז שוין ניט קלאָר ווער עס איז אויף וועלכער זײַט פֿונעם פּאָליטישן ספּעקטרום.
די פּאַרטיי האָט זיך פֿון אָנהייב געוואַקלט בײַ 3.75%, אָבער אין די לעצטע וואַל-אַנקעטעס זעט אויס אַז זיי וועלן ניט נאָר דערגרייכן די געוווּנטשענע פֿיר דעפּוטאַטן, נאָר זיי שטרעבן אויף אַפֿילו נאָך מער. דאָס קען גוט זײַן דערפֿאַר, וואָס צו דער רעזערוויסטן־פּאַרטיי איז צוגעשטאַנען עינת ווילף — אַ באַגאַבטע פֿיגור וואָס איז זייער אָפֿן־האַרציק מיט אירע געדאַנקען. (מע קען זי אָפֿט טרעפֿן אויף דער סאָציאַלער מעדיאַ פאַרטיידיקנדיק מדינת־ישׂראל קעגן אונדזערע שׂונאים).
ווילף האָט אַליין געשאַפֿן אַ פּאָליטישע פּאַרטיי „עוֹז“ וואָס איז זייער ציוניסטיש געשטימט, און וועמענס אידעאָלאָגיע פּאַסט זיך גוט צו צו די פֿון אירע שותּפים הענדל און זליכה. יעדער ישׂראלדיקער בירגער דאַרף דורכמאַכן אַ מדינה־דינסט (ניט דווקא אַ מיליטערישע): מענער און פֿרויען, ייִדן, און ניט-ייִדן. זי דריקט אויך אויס אַנדערע געדאַנקען ווי אַזוי צו פֿאַרבעסערן דעם מצב סײַ וואָס שײַך דער זיכערקייט, סײַ דערציִונג, סײַ דער ישׂראלדיקער עקאָנאָמיע. איר פּאַרטייס נאָמען, „עוֹז“, איז אינספּירירט פֿון די ווערטער „יהוה עוז לעמו יתן יהוה יברך את עמו בשלום“ (ספֿר תּהילים) …
און נאָך אַ זאַך: יועז הענדלס פּאַרטיי, „די פֿאַראייניקטע ליסטע“, איז די איינציקע, אויף וויפֿל מיר ווייסן, וואָס האָט אַ לאָזונג אויף ייִדיש. אין אַ געוויסן זינען קלינגט עס ווי עפּעס, וואָס דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט דזשאָן עף. קענעדי וואָלט געזאָגט: „פֿרעגט ניט ׳ווער׳, נאָר ׳וואָס׳ מע מוז טאָן פאַר דער מדינה.“
The post The stepchildren in the upcoming Israeli elections appeared first on The Forward.
