
אלי שרבי, אַ געוועזענער ערובֿניק אין עזה, האָט נישט געקענט געפֿינען קיין הויפּטפֿאַרלאַג אין ענגלאַנד וואָס איז גרייט אַרויסצוגעבן זײַן בוך וועגן זײַנע איבערלעבונגען אין עזה. צום סוף האָט אַ קליינע פֿירמע עס אַרויסגעגעבן Photo by FADEL SENNA/AFP via Getty Images
October 22, 2026
Tidbits is a Forverts feature of easy news briefs in Yiddish that you can listen to or read, or both! If you read the article and don’t know a word, just click on it and the translation appears. Listen to the report here:
Audio Player
אין ניו־יאָרק איז די וואָך געגרינדט געוואָרן אַ פֿאַרלאַג פֿאַר ייִדישע און ישׂראלדיקע שרײַבער וואָס זאָרגן זיך, אַז זייער אָפּשטאַם אָדער מיינונגען קאָנען שטערן צום פּובליקירן זייערע ביכער.
לויט אַ סטאַטיסטיק פֿונעם מחבר מעג קין, איז בײַ די הויפּט־פֿאַרלאַגן, צווישן 2023 און 2024, געפֿאַלן מיט 76% די צאָל בעלעטריסטישע ביכער, וואָס דערמאָנען ייִדן, ייִדישקייט אָדער ישׂראל.
„הײַלײַן פּאָבלישינג סטודיאָ“, וואָס האָט דעביוטיִרט אין ענגלאַנד מיט אַ חודש צוריק, האָט געעפֿנט אַן אַמעריקאַנער צווײַג אין מאַנהעטן בײַ „פּאָרט סאַיִד“, דעם רעסטאָראַן פֿונעם וועלטבאַרימטן קוכער איל שני (עיאַל שאַני).
„הײַלײַן“ איז לאַנצירט געוואָרן דורך ניל בלער, דעם לאַנגיאָריקן ליטעראַרישן אַגענט פֿון דזשיי קיי ראָלינגס — דער שרײַבערין פֿון די האַרי־פּאָטער ביכער.
„איך האָב שוין פֿון לאַנג באַמערקט, אַז אַ צאָל שרײַבער קענען נישט געפֿינען קיין פֿאַרלאַג,“ האָט בלער געזאָגט. „נישט צוליב דער קוואַליטעט פֿון זייער שרײַבן אָדער אַ דוחק פֿון אָריגינעלע געדאַנקען, נאָר ווײַל זייער וועלטבאַנעם שטימט נישט מיטן קוקווינקל פֿון די פֿאַרלאַגן — אָדער אפֿשר ווײַל זייער משפּחה־נאָמען איז אַ ייִדישער אָדער ישׂראלדיקער.“
די פּראָבלעם, זאָגט ער, איז געוואָרן נאָך ערגער נאָך די טעראָריסטישע אַטאַקן פֿונעם זיבעטן אָקטאָבער, האָט בלער געזאָגט. ער האָט למשל דערמאָנט די שוועריקייטן בײַם געפֿינען אַ הויפּטשטראָמיקן בריטישן פֿאַרלאַג פֿאַר אַ בוך פֿון אלי שרבי (עלי שאַראַבי) וועגן זײַנע איבערלעבונגען ווי אַן ערובֿניק אין עזה — נישט געקוקט אויף דעם וואָס אין אַמעריקע האָט מען שוין געהאַט פֿאַרקויפֿט הונדערטער טויזנטער עקזעמפּלאַרן דערפֿון. צום סוף האָט זײַן בוך אַרויסגעגעבן אַ קליינער בריטישער פֿאַרלאַג, „סוויפֿט בוקס“.
„הײַלײַן“ וועט באַשטיין פֿון צוויי אימפּרעזומס: „אָדעסאַ עדישאָנס“ און „אַנטידאָט בוקס“. „אָדעסאַ עדישאָנס“, אָנגעפֿירט פֿונעם רעדאַקטאָר דזשעקי קלײַן, וועט דרוקן ייִדישע און ישׂראלדיקע בעלעטריסטיק און פֿאַקטפּראָזע אויף טעמעס פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער געשיכטע, אַנטיסעמיטיזם, פֿילאָסאָפֿיע, עסן און קולטור.
„אַנטידאָט בוקס“ וועט דרוקן פֿאַקטפּראָזע מיט אַ שייכות צו טעכנאָלאָגיע, עטיק, דעמאָקראַטיע, אידענטיטעט און מאַכט.
קלײַן האָט געזאָגט, אַז מע וועט אויך באַטראַכטן מאַנוסקריפּטן פֿון אַראַביש־ישׂראלדיקע און נישט־ייִדישע שרײַבער, וואָס זייער אַרבעט פֿאַרנעמט זיך מיט דער ייִדישער קולטור, געשיכטע אָדער געדאַנקען.
צו לייענען וועגן דעם אויף ענגליש גיט אַ קוועטש דאָ.
To read about this in English click here.
Support for the Forverts comes in part from the Marinus and Minna B. Koster Foundation
We believe that there shouldn’t be any barriers to quality, independent Jewish news. That’s why we invite millions to read and share our journalism without a paywall or subscription.
But did you know that only 2% of Forward readers donate to support us?
While the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
Reader support is the only way that we are able to do this work. If you find value in what we do, please support our nonprofit newsroom.

