
Photo by Robert Stoffer
פֿון לייזער בורקאָ
October 20, 2026
אויף איין טאָג איז דאָס שטעטל בלומינגטאָן — אַן אוניווערסיטעט־שטאָט אין ווײַטער אינדיאַנע — געוואָרן אַ צענטער פֿון נײַער און טראַדיציאָנעלער ייִדישער מוזיק.
דעם 11טן אָקטאָבער איז פֿאָרגעקומען אַ גאַנצע ריי פּראָגראַמען געווידמעט דער מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישער קולטור. די פּראָגראַם, „זכּרון פֿאַרוואַנדלט“ (Memory Transformed), האָט אַרײַנגענומען אַן אַקאַדעמישן סימפּאָזיום, אַ קונסט־אויסשטעלונג און אַ קאָנצערט פֿון הײַנטצײַטיקער ייִדישער מוזיק. ס׳איז געקומען אַ גרויסער עולם: סײַ סטודענטן און פּראָפֿעסאָרן פֿון אוניווערסיטעט, סײַ ייִדן און נישט־ייִדן פֿון דער געגנט.
די רײַכע פּראָגראַם איז פֿאָרגעקומען אין בלומינגטאָן, דער עיקר, אַ דאַנק ירמיהו לאָקוווּד, דעם באַקאַנטן מוזיקער, היסטאָריקער און מוזיקאָלאָג, וואָס איז אויך אַ גאַסט־פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישע לימודים אין אינדיאַנער אוניווערסיטעט. לאָקוווּד האָט זיך באַטייליקט סײַ אינעם סימפּאָזיום סײַ אין דעם קאָנצערט. ער איז אויפֿגעטראָטן מיט זײַן קאַפּעליע, The Sway Machinery, מיט וועמען ער שפּילט שוין די לעצטע צוואָנציק יאָר.
כאָטש לאָקוווּדס אייגענע מוזיק איז מאָדערן, פֿאָרשט ער דווקא אַ מער טראַדיציאָנעלן ייִדישן זשאַנער: דאָס חזנות. בעת אַ שמועס מיט מיר האָט ער געזאָגט, אַז ער האַלט דאָס חזנות פֿאַרן עיקר און נשמה פֿון דער ייִדישער מוזיק. זײַן ערשט בוך, „גאָלדענע עפּאָכעס“ (2024) באַהאַנדלט די הײַנטיקע חסידישע זינגער, וואָס באַנײַען דעם סטיל חזנות פֿון אַלטע צײַטן. איצט אַרבעט ער אויף אַ צווייט בוך, וואָס זאָל דערציילן די געשיכטע פֿון חזנות ביזן הײַנטיקן טאָג.
לאָקוווּד פֿאָרשט ספּעציעל די אַלטע פּלאַטעס פֿון אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט. חזנות איז אַ מאָל געווען געוואַלדיק פּאָפּולער, ווײַל דער פֿאָנאָגראַף האָט אַרײַנגעברענגט די הייליקע מוזיק אַפֿילו אין וועלטלעכע ייִדישע היימען.
אויפֿן סימפּאָזיום האָט אויך גערעדט אַן אַנדער מומחה פֿון חזנות, ד״ר יהודית בערקסאָן, אַ פֿאָרשערין און פּראָפֿעסיאָנעלע חזנטע אין לאָס־אַנדזשעלעס. זי האָט גערעדט וועגן דעם אימפּראָוויזירטן אַספּעקט פֿון חזנות, וואָס איז אַ מאָל געווען גאָר וויכטיק. הײַנט זינגען חזנים געוויינטלעך לויט די נאָטן, ווײַל זיי זענען גוט טרענירט אין דער קלאַסישער מערבֿדיקער מוזיק־טראַדיציע. אָבער דאָס אַמאָליקע חזנות איז געווען אַ געמיש פֿון מערבֿדיק און מיזרחדיק, מיט אַ סך אימפּראָוויזאַציע — אַ ביסל ווי דזשעז־מוזיק. דער חזן האָט קיין מאָל נישט געזונגען דאָס זעלבע שטיקל אויף פּונקט דעם זעלביקן אופֿן. יעדע זאַך איז געווען אָריגינעל.
בערקסאָן האָט אויך גערעדט וועגן די פּריוואַטע, קאָנטראַבאַנדישע רעקאָרדירונגען, וואָס געוויסע ליבהאָבערס פֿון חזנות פֿלעגן מאַכן בסוד. זיי האָבן אַרײַנגעשמוגלט אַ רעקאָרדיר־אַפּאַראַט אין אַ תּלית־בײַטל אָדער אונטערן מאַנטל און רעקאָרדירט דעם חזן, אַפֿילו ווען מע טאָר נישט, שבת אָדער יום־טובֿ. די אָ ייִדן זענען געווען גרייט צו ריזיקירן מיט דער אייגענער נשמה, אַבי צו פֿאַרמאָגן דאָס געזאַנג פֿון זייער באַליבטן חזן. אויף אַזעלכע רעקאָרדירונגען הערט מען אָפֿט אַ סך אימפּראָוויזאַציעס.
אויפֿן סימפּאָזיום האָט אויך גערעדט דער היגער ייִדיש־פּראָפֿעסאָר, דובֿ־בער קערלער. ער האָט דערציילט וועגן ייִדישע לידער, וואָס דער עולם האַלט זיי אָפֿט פֿאַר אַלטע פֿאָלקסלידער, כאָטש אין דער אמתן זענען די מחברים גוט באַקאַנט. למשל, „דער רבי אלימלך“ האָט געשריבן און קאָמפּאָנירט דער פּאָעט משה נאַדיר (יצחק רײַז), וואָס האָט געוווינט אין ניו־יאָרק. אַ סך פֿון די פּאָפּולערסטע לידער אונדזערע שטאַמען באמת פֿון אַמעריקע, נישט פֿון מיזרח־אייראָפּע.
לאָקוווּדס מוזיק מיט זײַן קאַפּעליע איז אַ יחיד־במינו, אַ געמיש פֿון עטלעכע מוזיקאַלישע זשאַנערס און סטילן: חזנות, ראָק, פֿאָנק, בלוז. באמת זענען זיי אַ מאָדערנע „אינדי“־ראָק־קאַפּעליע, וואָס זינגט תּפֿילות אויף לשון־קודש. עס איז טשיקאַווע צו הערן פֿאַרכאַפּנדיקע לידער מיט אַזאַ ריטעם און קלאַנג, אַז עס ווילט זיך טאַנצן, און זען, אַז די ווערטער האָבן אָנגעשריבן רבנים מיט הונדערטער יאָרן צוריק. אויפֿן קאָנצערט, למשל, האָבן זיי געשפּילט „אָדם יסודו“, אַ טייל פֿונעם פּיוט „ונתנה תּוקף“, וואָס ייִדן זאָגן ראָש־השנה. דאָס שטאַמט לויט דער מסורה פֿון הרבֿ אַמנון פֿון מײַנץ אין 11טן י״ה.
נאָך דעם איז אויפֿגעטראָטן אַ צווייטע גרופּע: „די אומשטאַרביקע חזנטעס“, וואָס באַשטייט פֿון עטלעכע פֿון די בעסטע חזנטעס פֿון אונדזער דור: יהודית בערקסאָן אַליין, רחל וועסטאָן, שאַהאַנאַ מעקיני־באַלדאָן און ריקי רויז. זיי האָבן געזונגען קלאַסישע תּפֿילות פֿונעם אַלטן רעפּערטואַר פֿון די גרויסע חזנים און חזנטעס פֿון אַ מאָל: „אַחינו“, „רצה במנוחתינו“, און „שׂים שלום“. די ווירטואָזקייט פֿון די חזנטעס האָט געמאַכט אַ געוואַלדיקן רושם אויף מיר און איך בין זיכער אויך אויף די אַנדערע.
איין ליד איו געווען טיילווײַז אויף ייִדיש: „איך בענק אַהיים“, געזונגען פֿון רחל וועסטאָן, וואָס איז באַקאַנט פֿון אַן אַלטער רעקאָרדירונג פֿון דער משפּחה מאַלאַווסקי, מיט דער באַקאַנטער חזנטע גאָלדי מאַלאַווסקי. הערנדיק דאָס ליד האָט דער עולם מסתּמא דערפֿילט, ווי איך אַליין, אַ בענקשאַפֿט נאָך דער אַלטער היים אין מיזרח־אייראָפּע, און נאָך דער אַמאָליקער ניו־יאָרק, וווּ חזנות און ייִדיש האָבן געלעבט אויף אַ ברייטן פֿאַרנעם.
Support for the Forverts comes in part from the Marinus and Minna B. Koster Foundation
We believe that there shouldn’t be any barriers to quality, independent Jewish news. That’s why we invite millions to read and share our journalism without a paywall or subscription.
But did you know that only 2% of Forward readers donate to support us?
While the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
Reader support is the only way that we are able to do this work. If you find value in what we do, please support our nonprofit newsroom.

