
אַ חלק פֿון דער הילע פֿונעם נײַעם נומער Courtesy of Chvalyes Production
פֿון שלום בערגער
October 21, 2026
ערגעץ װוּ אױף דער ייִדישער װעלט, אָדער דער ייִדיש־װעלט, דאַרף זיך געפֿינען אַ פֿאָרשער װאָס זאָל זיך אָפּגעבן מיט דער נײַער געשיכטע פֿון דער חסידישער ליטעראַטור, בפֿרט מיט אירע עליות און ירידות, די פּערזענלעכקײטן און אַנשטאַלטן.
אַ נײַע און פֿאַרכאַפּנדיקע חסידישע אױסגאַבע איז תּמיד אַ סיבה זיך צו אַנגזאַזשירן מיט דער דאָזיקער געשיכטע, צו פֿאַרשטײן פֿאַר װאָס ס׳איז כּדאַי דאָס צו לײענען מיט קאָפּ.
טאַקע דערפֿאַר וועל איך הײַנט שרײַבן וועגן „כוואַליעס“ — אַ נײַעם זשורנאַל, וואָס איך האָב הײַיאָר מיטגענומען אין שיל אַרײַן װי לײענװאַרג בעת די לאַנגע יום־טובֿ־דרשות.
ס׳איז פֿאַראַן אַזאַ סטערעאָטיפּ בײַ ייִדישיסטן (און מיט דעם בין איך אױסן נישט־חסידישע ייִדיש־רעדערס און ליבהאָבערס פֿון ייִדיש), אַז חסידיש ייִדיש האָט נאָר צו טאָן מיט גאָר פֿרומע זאַכן, נאָר טעמעס װאָס גוטע פֿרומע לײַט װאָלטן אָנגענומען.
ס׳איז אָבער נישט אַזױ. דורך די אַלע גילגולים פֿון דער אַמעריקאַנער חסידישער ליטעראַטור — זאָל זײַן בלאָגס, װעבזײַטלעך (צום בײַשפּיל „אײַװעלט“ אָדער דער שױן אונטערגעגאַנגענער „קאַװע־שטיבעל“), אָדער אין אַ רײ קורציאָריקע אָבער דאָך לעבעדיקע זשורנאַלן — איז דער אינטערעסאַנטסטער אינהאַלט, לױט מײַן מיינונג, נישט די עסײען װעגן דער חסידישער געשיכטע, אָדער מעשׂיות פֿון צדיקים און רביים, נאָר דװקא די גבֿית־עדותן פֿון טאָגטעגלעכע קאָנפֿליקטן.
געװען אַ מאָל „װעקער“ (דאָרט האָב איך אָפּגעדרוקט אַ פּאָר שטיקלעך, װאָס דאָס איז אַלײן אַ סימן פֿון אָפֿנקײט — װי אָפֿט לײענען די ייִדישיסטן און די חסידים אײנער דעם צװײטן?), און דערנאָך איז מען אַריבער אױף אַ נײַער פּובליקאַציע, „כװאַליעס“.
סײַ „װעקער“ סײַ „קאַװע שטיבעל“ זײַנען צום באַדויערן מער נישטאָ — דאַכט זיך, מער צוליב פֿינאַנציעלע װי אידעאָלאָגישע סיבות. אַ דאַנק דער מי, און מסתּמא דעם כּוח־הגעלטשאַפֿונג פֿון דער רעדאַקציע, האָט מען אָבער שױן אַרױסגעגעבן העכער אַ טוץ נומערן פֿון „כװאַליעס,“ װאָס איך דערלױב זיך צו זאָגן איז פּראָסט־פּשוט אַ גילגול פֿון „דער װעקער.“
דער נײַער נומער איז אָבער באַזונדערש רײַך און כּדאַי אָנצוקוקן צוליב דעם פֿענצטערל, װאָס ער עפֿנט אױף אין דער חסידישער װעלט אַרײַן. און דװקא אַ פֿענצטערל װאָס װײַזט די טײלן פֿון דער געזעלשאַפֿט װאָס אַ סך װילן, זײ זאָלן בלײַבן באַהאַלטן. װי די רעדאַקציע „כװאַליעס“ באַשרײַבט זײער צײַטשריפֿט, דינט זי ווי אַ פּלאַטפֿאָרמע פֿאַר מאַטעריאַלן „װאָס האָבן נישט קײן געהעריגן פּלאַץ אין די אַלגעמײנע אױסגאַבעס אױף די פּאָליצעס פֿון די הײמישע געשעפֿטן.“
ספּעציעל טשיקאַװע איז די טעמע װאָס פֿאַרנעמט דעם אױבן־אָן פֿון דער איצטיקער פֿילפֿאַרביקער הילע: „סײַקעדעליקס,“ דאָס הײסט, דער באַנוץ פֿון פּסיכעדעלישע סובסאַנצן אין די היימישע קרײַזן און זײער װירקונג אױפֿן יחיד און כּלל.
זיכער, װי אַ דאָקטער און אַ מענטש װאָס איז מער װײניקער באַקאַנט מיט דער הױפּטשטראָמיקער גױיִשער אַמעריקאַנער קולטור, האָב איך געװוּסט אַז די דאָזיקע בשׂמים, צום בײַשפּיל אײַאַהואַסקאַ, קעטאַמין, פּסילאָסײַבין, און אַזױ װײַטער, זײַנען געשטיגן אין פּאָפּולעריטעט. נאָר אַז זײ האָבן אױך אַרײַנגעדרונגען אין בתּי־מדרשים, בײַ רבישע משפּחות און גבֿירישע בעלי־בתּים, װי אױך פּאָרפֿעלקער און סתּם חסידים מיט כּלערלײ פֿאַרלאַנגען און פּראָבלעמען – דאָס האָב איך נישט געװוּסט.
אין דעם עפֿענונג־אַרטיקל װאָס דינט װי אַן אַרײַנפֿיר אין דער טעמע, װערט קלאָר װי פֿאַרשפּרייט ס׳איז שױן געװאָרן די דאָזיקע „סחורה.“ „װער האָט מעדיצין?“ פֿרעגט אײנעם בײַ א שבת־טיש. אַ צװײטער זאָגט אַז ער האָט קעטאַמין, נאָר דער װאָס האָט געבעטן די „מעדיצין,“ באַשרײַבט װײַטער דער מחבר פֿון אַרטיקל, „שטעלט קלאָר אַז ער זוכט דװקא שװעמלעך. עס נעמט נאָך אַ סעקונדע ביז אַ צװײטע ברענגט אַפֿיר די געװוּנטשענע ׳מעדיצין׳, װאָס װערט געגעסן בײַם שבת טיש װי דער אַפֿיקומן בײַם סדר.“
װי אַזױ איז מען געקומען צו דעם? מע פּרוּװט באַקענען דעם לײענער אױף אײן פֿוס מיט דער געשיכטע פֿון פּסיכעדעלקס. עס װערט ברײט באַהאַנדלט די אַמעריקאַנער געשיכטע פֿון דער יוגנט-קולטור בשעת די 1960ער יאָרן און אירע פֿאַרבינדונגען מיט פֿאַרשײדענע סובסטאַנצן װאָס „ענדערן“ דעם מוח, װי אױך מעגלעכע פּאַראַלעלן צװישן יענער היפּי־װעלט פֿון געזעלשאַפֿטלעכן אױפֿברױז און דער הײַנטיקער װעלט פֿון כעמיש־נײַגעריקע חסידים.
נישט דאָס װערט דערזאָגט, נאָר די דאָזיקע װעלט איז אױך אין מיטן פֿון אַ רײ לאַנג־טערמיניקע און טיף־גרײכיקע בײַטענישן, און דער דאָזיקער סובסטאַנצן־באַנוץ איז זיכער טײלװײַז געװירקט דערפֿון. אײן קעפּל אין דעם אַרטיקל פֿון דער געשיכטע פֿון פּסיכעדעליקס שטעלט אַפֿילו די פֿראַגע, „צי זעכציג־ט זיך יעצט אין דער הײמישער װעלט?“ דאָס הײסט, צי זײַנען הײַנטיקע הסידים געװירקט פֿון יענע פֿאַרטשאַדעטע יאָרן פֿון דער אַמעריקאַנער יוגנט אין די 1960ער?
שטעקט אפֿשר דער גרעסטער חידוש אין דעם, װי אַזױ די שרײַבערס פֿון די אַרטיקלען אױף דער דאָזיקער טעמע טרעטן אַרױס צו זאָגן אַז דעם נושׂא באַהאַנדלט מען אין דעם נומער װײַל די אָנפֿירערס פֿון זײער קהילה גיבן זיך נישט אָפּ דערמיט. מוטיק, נאָר אױך אונטער פּסעװדאָנימען….און אַרױסברענגען די דאָזיקע פֿראַגעס װיל מען אױף אַ געמאָסטענעם, נישט קאָנטראָװערסיעלן אופֿן. װי עס זאָגן די רעדאַקטאָרן, „מיר זענען נישט דאָ צו טױשן קײנעם אָדער צו שטופּן אַגענדעס.“
דער רעשט פֿון דעם פֿעטן נומער איז אָבער אױך װיכטיק. עס נעמט אַרײַן אַן אַרטיקל פֿון אַ חסידיתטע מיטן פּסעוודאָנים „אשת חבֿר“, אונטערן טיטל „אַ פֿעמיניסטקע װאַקסט אין ברוקלין“. די פֿרוי גײט אַדורך אַ קריזיס פֿון אמונה װאָס װערט באַאײַנפֿלוסט אָבער נישט געלײזט פֿון די װערק פֿון מאָדערן־פֿרומע ייִדישע פֿרױען, װאָס האָבן קריטיקרט אױף אַן ענלעכן אופֿן די ייִדישע פּאַטריאַרכיע.
„איך האָב טועם געװען דעם סאָרט אָפֿענעם דזשודאַיִזם,“ שרײַבט „אשת חבֿר“, „און נישט געטראָפֿן דאָרט אידישקײט. מײַן באַשעפֿער האָט אַ חסידישן אַקצענט.“ לסוף באַשליסט זי, אז אפֿשר מוז זי אַלײן אָנשרײַבן אַ בוך װעגן אירע קאָנפֿליקטן. „אױב איז דאָ אַ בוך װאָס דו װילסט לײענען אָבער עס איז נאָכנישט געשריבן געװאָרן, דאַן מוזטו עס אַלײן שרײַבן.“
אַ לענגערע עסײ, ממש אַ מאַמר, פֿון באַװוּסטן שרײַבער קטלא קניא גיט זיך אָפּ מיט דער טעמע פֿון ייִדישן חינוך — נאָך אַ בײַשפּיל פֿון אַ טיפֿזיניקער און שאַרפֿער קריטיק װאָס צילט דװקא אױף די סאַמע יסודות פֿון חסידישן לעבן־שטייגער. דער מחבר פּרוּװט האַלטן דעם באַלאַנס צװישן מוטיקן דעם בחור צו װעמען ער שרײַבט, און אים „טראָסטן“ (װי עס זאָגן די חסידים) אַלײן צו געפֿינען זײַן װעג אין לעבן. „דאָרט איז דיר איצט באַשערט צו זײַן און װען די צײַט װעט קומען װעסטו דאַרפֿן מוזן אַלײן אַרױסקריכן און אױסװאַקסן.“
(אין 2018 האָט קטלא קניא אַרױסגעגעבן אַ גאַנץ בוך וועגן דער דאָזיקער טעמע.דער עסײ אין „כװאַליעס“ איז אַנדערש, געוואָנדן צו אַ יונגן בחור אין ערשטן פּערזאָן, און פֿאָרט איז דאָס אַ באַװײַז, אַז די פֿאַרמאַכטקײט פֿון חינוך איז פֿאַרבליבן אַן אַקטועלע טעמע, װאָס שטערט דעם שרײַבער.)
אַרױסהײבן דאַרף מען אױך אַ ליד װאָס באַשרײַבט אַ פּרטימדיק, און זײער מענטשיש, בילד פֿון דעם רבונו של עולם אַלײן. דער דאָזיקער כּבֿיכול איז „אינספּײַערד“ (אינספּירירט), זאָגט דער פּאָעט, „בײַ משה רבני, אָבאַמאַ, און דשאַן נאַש.“ ער „שמײכלט מיסטעריעז, מאָנאַ ליזאַ.“ כאָטש ער איז אוניװערסאַל, האָט ער דאָך אַ „סאָפֿט ספּאָט פֿאַר זײַן אידיש פֿאָלק.“ פֿירט אױס דער דיכטער, „שמע ישׂראל – דער װאָן ענד אָנלי, ה׳ אחד!“
צװײ באַמערקונגען פּאַסן דאָ װי אַן אױספֿיר. ראשית-כּל, אַז מע האָט געשאַפֿן די נײיטיקע געלטגעבערס פֿאַר אַזאַ נומער איז אַלײן אַ סימן אַז אַן אױסגאַבע פֿאַר אמתער ליטעראַטור, װאָס מע פֿלעגט רופֿן אין אונדזער קרײַזן אַ „ליטעראַרישע געזעלשאַפֿטלעכע צײַטשריפֿט“ איז יאָ פֿאַראַן, זײַט בײַ זײַט מיט די גאָר פֿרומע אָפֿיצעלע אָרגאַנען, שבת־בלעטער, און הײמזשורנאַלן. (מסתּמא נעמען יענע אַרײַן אױך גוטע ליטעראַטור; איך בין פּשוט װײניק באַקאַנט מיט זײ.)
און לסוף, דאַרף איך מודה זײַן אַז ס׳איז אַ מחיה צו לײענען אַ זשורנאַל פֿון ייִדן, װאָס איז נישט 100% אָפּגעגעבן ישׂראל אָדער פּאַלעסטינע. זײַט װיסן אַז יענע טעמע איז מיר לעבנס־װיכטיק, און פֿאָרט, װערט אָפֿט מאָל אױסגעשעפּט יעדן ביסל שאַפֿערישער כּוח פֿון דער דאָזיקער הײסער טעמע.
דעם דאָזיקן זשורנאַל און זײַנע שרײַבערס פֿעלט נישט קײן כּוח, דאַכט זיך. איך קוק אַרױס צו לײענען די קומעדיקע נומערן.
Support for the Forverts comes in part from the Marinus and Minna B. Koster Foundation
We believe that there shouldn’t be any barriers to quality, independent Jewish news. That’s why we invite millions to read and share our journalism without a paywall or subscription.
But did you know that only 2% of Forward readers donate to support us?
While the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
Reader support is the only way that we are able to do this work. If you find value in what we do, please support our nonprofit newsroom.

