ס׳איז מעגלעך, אַז מיר האָט זיך אײַנגעגעבן צו אַנטדעקן דעם עלטסטן פּראָטאָ־אַשכּנזישן טעקסט, אָנגעשריבן אינעם פֿריִיִקן 9טן יאָרהונדערט. דאָס איז דער אוראַלטער אַפּאָקאַליפּטישער מדרש „ספֿר אליהו‟, אַ ספֿר וואָס איז מיר שוין לאַנג גוט באַקאַנט.
געשען איז עס אַזוי: ווען איך בין ערשט אָנגעקומען קיין אַמעריקע אין 1998 — אין וויליאַמסבורג — האָב איך זיך אַ דריי געטאָן אין די אָרטיקע ביכער־קראָמען און געקויפֿט די גאָר אינטערעסאַנטע מדרש־זאַמלונג „ילקוט הרועים‟, באַגלייט מיט גלענצנדיקע הסכּמות (רבנישע באַשטעטיקונגען), אַז דער ספֿר איז אָנגענומען ווי אַ הייליקער, אַרײַנגערעכנט אַ רעקאָמענדאַציע פֿון דעם דעמאָלטיקן סאַטמאַרער רבין משה טייטלבוים זצ״ל.
די זאַמלונג באַשטייט על־פּי־רובֿ פֿון טיפֿע קבלה־טעקסטן און עטלעכע אַפּאָקאַליפּטישע מדרשים וועגן דעם קץ־הימים — דעם סוף פֿון די טעג, די צײַט וואָס משיח דאַרף קומען — בתוכם דעם „ספֿר אליהו‟. אָט דער ספֿר און נאָך עטלעכע אין דער דאָזיקער זאַמלונג שילדערן די ביאת־המשיח נישט ווי אַ פּלוצעמדיקן גליקלעכן סוף פֿון אַלע ליידן אין דער וועלט, נאָר ווי אַ שרעקלעכן פּראָצעס, באַגלייט מיט חורבֿות און שוידערס. נישט נאָר בײַ די קריסטן איז פֿאַראַן אַזאַ מין ליטעראַטור. בקיצור, שטייט אינעם „ספֿר אליהו‟ געשריבן, אַז ווען משיח וועט קומען, וועט ער צונויפֿברענגען אַלע צדיקים — בסך־הכּל 30 טויזנט — אין אַ הימליש אָרט ווײַט פֿון אונדזער ערד, וועלכע וועט פֿאַרברענט ווערן מיט אַלע אירע איבעריקע זינדיקע תּושבֿים.
די אמונה, אַז דער נײַער משיחישער צוקונפֿטיקער ירושלים וועט אַראָפּקומען פֿונעם הימל און אַז די שטאָט האָט ווייניק צו טאָן מיט דער הײַנטיקער ירשולים, איז אַמאָל געווען אַבסאָלוט נאָרמאַל בײַ ייִדן, בפֿרט אין דער אַשכּנזישער וועלט. רש״י האָט, למשל, אויך אַזוי געגלייבט. אין דער שפּעטערדיקער צײַט האָט הרבֿ צבֿי־הירש קײַדאַנאָווער, דער מחבר פֿונעם פּאָפּולערן מוסר־ספֿר „קבֿ הישר‟, וועלכן ער האָט אַליין איבערגעזעצט פֿון לשון־קודש אויף ייִדיש, אַזוי געשריבן אינעם פֿריִיִקן 18טן יאָרהונדערט.
דער „ספֿר אליהו‟ בלײַבט כּמעט אומגעפֿאָרשט. הלל ניומאַן, אַ היסטאָריקער פֿונעם חיפֿהר אוניווערסיטעט, האָט באַמערקט, אַז דער דאָזיקער מדרש קלינגט ענלעך אויף דער קריסטלעכער אַפּאָקאַליפּטישער ליטעראַטור. עטלעכע אַנדערע פֿאָרשער האַלטן, אַז ס׳איז אָנגעשריבן געוואָרן בײַם אָנהייב פֿון דער איסלאַמישער תּקופֿה. לאָמיר זיך אָבער אַרײַנקוקן אין געוויסע פּרטים, וואָס די פֿאָרשער האָבן פֿאַרקוקט — און וואָס איך האָב אַליין ערשט באַמערקט נישט לאַנג צוריק.
אין אַ סך מדרשים ווערט דערמאָנט דער אַנטי־משיח מיטן נאָמען אַרמילוס. אין „ספֿר אליהו‟ ווערט אָבער זײַן נאָמען אויסגעלייגט ווי „הרמלת‟. ווײַזט אויס, אַז בײַ דעם מחבר האָט אַ תוו געקלונגען ווי אַ סמך, און דער הא איז בײַ אים געווען שטום. דעם נאָמען פֿונעם פּערסישן מלך אַרתּחשסתּא שרײַבט ער אויך ווי „הרתּחשסתּא‟. עס ווערט דערמאָנט עפּעס אַ ים־מאָנסטער — „גיגית‟; ווײַזט אויס, מיינט עס gigas אויף לאַטײַניש, אַ ריז. אַזאַ אַרויסרייד האָט געקאָנט נאָר זײַן בײַ פּראָטאָ־אַשכּנזים, וועלכע האָבן גערעדט אויף אַלט־פֿראַנצויזיש (צי, מעגלעך, אויף עפּעס אַ געמישטן דיאַלעקט, וווּ קיין הא־קלאַנג איז נישט געווען).
אינעם דאָזיקן מדרש שטייט געשריבן, אין געוויסע ווערסיעס, אַז די מלחמות פֿאַר דער ביאת־המשיח וועלן אָנהייבן די מלכים קוסטנטנוס און קרטילוס. אַזוי שטייט אין יהודה אבֿן־שמואלס (יהודה קויפֿמאַנס) זאַמלונג „מדרשי גאולה‟. אינעם חסידישן ספֿר, וואָס איך האָב, ווערט דערמאָנט נאָר „קירטלוס‟. ס׳איז קלאָר, מיין איך, אַז דאָ גייט די רייד וועגן דעם ביזאַנטישן מלך קאָנסטאַנטין דעם זעקסטן, מיט וועלכן קאַרל דער גרויסער האָט געוואָלט זיך מזווג זײַן, כּדי צו שאַפֿן אַ פֿאַראייניקט וועלט־מלכות, דורכן זיווג מיט קאָנסטאַנטיס מאַמע אירענע. קאָנסטאַנטינען האָט מען געשדכנט מיט קאַרלס טאָכטער ראָטרודע. אויב די דאָזיקע שידוכים וואָלטן געלונגען, וואָלט דעמאָלט אויפֿגעשטאַנען אַ נײַע גלאָבאַלע רוימישע אימפּעריע. קאַרל דער גרויסער האָט זיך אָבער סײַ־ווי־סײַ געהאַלטן פֿאַר אַ נײַעם רוימישן אימפּעראַטאָר. דער פּויפּסט לעאָן דער דריטער האָט אים געקרוינט מיט אַזאַ טיטל אין יאָר 800.
הגם קאַרל דער גרויסער האָט דערלויבט ייִדן צו וווינען אין זײַן קיניגרײַך און פֿאַרפֿלאַנצט דערמיט דאָס קערנדל פֿון דער אַשכּנזישער ציוויליזאַציע, ווערט אין אַ סך אַלטע מדרשים פֿאָרויסגעזאָגט, אַז די חבֿלי־המשיח, די צרות פֿאַר משיחס קומען, וועלן זײַן פֿאַרבונדן מיט רוים; דערפֿאַר האָבן ייִדן אויפֿגענומען זײַן אימפּעריע ווי אַ סימן פֿון אַפּאָקאַליפּטיש־משיחישע געשעענישן.
קאָנסטאַנטין דער זעקסטער איז געשטאָרבן בערך אין 805 (לויט אַנדערע קוואַלן אין 797) און קאַרל דער גרויסער — אין 814. באַקומט זיך, אַז דער „ספֿר־אליהו‟ מוז געהערן צו דער תּקופֿה, ווען זיי האָבן ביידע נאָך געלעבט.
וואָס עפּעס „קרטילוס‟? פֿאַרוואָס איז קאַרלס נאָמען אין אונדזער ספֿר אַזוי פֿאַרקריפּלט געוואָרן? ס׳קען זײַן, אַז אין זײַן אייגן לאַנד וואָלט געווען וויכטיק אויסצובאַהאַלטן זײַן נאָמען, די קריסטן זאָלן נישט וויסן, אַז בײַ ייִדן גייט אַרום אַזאַ געהיימער קלאַנג, אַז דער קיניג וועט מיט זײַנע מלחמות גורם זײַן די ייִדישע גאולה. מע קען זיך אַפֿילו משער זײַן, פֿאַרוואָס מע האָט אויסגענוצט אַזאַ שיפֿער: די אותיות טית און יוד קאָנען זײַן ראָשי־תּיבֿות פֿון זײַן טיטל imperator terrae.
ס’איז וויכטיק צוצוגעבן, אַז געוויסע קריסטלעכע שרײַבער האָבן געגלייבט, אַז קאַרל דער גרויסער וועט זיך אומקערן איידער יעזוס וועט זיך באַווײַזן צום צווייטן מאָל. אַזוי האָט געשריבן אינעם 11טן יאָרהונדערט דער מאָנאַך אַדעמאַר פֿון לימאָזש, פֿראַנקרײַך. אויב אַ טייל ייִדן האָבן געגלייבט אין עפּעס ענלעכס, וואָלט מען געקאָנט פֿאַרשרײַבן דעם „ספֿר אליהו‟ נאָכן טויט פֿון קאַרל דעם גרויסן.
ואַחרון אַחרון חבֿיבֿ, דער סטיל פֿונעם „ספֿר אליהו‟ איז וווּנדערלעך ענלעך אויף דער אַלט־בײַערישער אַפּאָקאַליפּטישער פּאָעמע Muspilli, פֿונעם 9טן יאָרהונדערט, וווּ דער הויפּטהעלד איז אויך אליהו הנבֿיא. עטלעכע שטיקלעך פֿון ביידע טעקסטן קלינגען כּמעט אידענטיש. ווײַזט אויס, אַז אונדזער מדרש געהערט טאַקע צו דער תּקופֿה פֿון קאַרל דעם גרויסן — צי, אפֿשר, מיט אַ דור־צוויי שפּעטער — ווען אַפּאָקאַליפּטישע געדאַנקען זענען געווען פֿאַרשפּרייט אויך בײַ די קריסטן.
דער אימאַזש, אַז דער אייבערשטער וועט אַוועקטראָגן די צדיקים אין עפּעס אַ הימלישער וועלט, ווען די גאַנצע ערד וועט ברענען, קלינגט ממש ווי דער גערמאַנישער מיטאָס וועגן דעם ראַגנאַריאָק, דעם סוף פֿון דער וועלט, אָפּגעשפּיגלט אויך אין Muspilli.
באַקומט זיך, אַז ייִדן אין דײַטשלאַנד האָבן נאָך מיט 1200 יאָר צוריק אַרויסגערעדט דעם תוו ווי „ס‟. צי האָבן אַ טייל פֿון זיי דעמאָלט שוין גערעדט אויף דײַטשיש, נישט אַלט־פֿראַנצויזיש? אין 838 האָט דער פֿראַנקישער גלח באָדאָ זיך מגייר געווען; זײַן ייִדישער נאָמען איז געווען אליעזר. ער האָט געדינט אינעם הויף פֿון קאַרלס זון לויִס דעם ערלעכן. ווײַזט אויס, אַז אַרום יענעם דײַטשיש־רעדנדיקן גלח איז שוין געווען בנימצא אַ גענוג גרויסע ייִדישע סבֿיבֿה, וועלכע האָט משפּיע געווען אויף זײַן באַשלוס צו ווערן אַ ייִד. אויף וועלכער שפּראַך זיי האָבן גערעדט, ווייסן מיר נישט גענוי, צום באַדויערן.
דער „ספֿר אליהו‟ איז, ווײַזט אויס, דער עלטסטער אָפּגעהיטער פּראָטאָ־אַשכּנזישער קוואַל. ביזן 11טן יאָרהונדערט איז אין ארץ־אַשכּנז בכלל נישט געווען באַקאַנט די גמרא. ווי מע זעט פֿון די אַשכּנזישע ספֿרים, אַז אַפֿילו שפּעטער זענען בײַ מיסטיש־געשטימטע דײַטשישע ייִדן געווען גאָר וויכטיק — אפֿשר, נאָך וויכטיקער ווי די גמרא — פֿאָלק־מעשׂיות, שפּרוכן און סגולות, וכּדומה. אַז זיי האָבן געשילדערט די ביאת־המשיח ווי אַ כּמו־קריסטלעך אַפּאָקאַליפּטיש געשעעניש, אויסגעמישט מיט אימאַזשן פֿון גערמאַנישער מיטאָלאָגיע, איז נישט קיין גרויסער חידוש. דער דײַטשישער פֿאָלקלאָר פֿאַרנעמט אַ גרויס אָרט אין דער אַלט־ייִדישער ליטעראַטור, ווי אויך, ווייניקער, אין ערנסטע ספֿרים. אַז אַזאַ קולטור־סינטעז האָט זיך שוין אָנגעהויבן אינעם 9טן יאָרהונדערט איז אָבער יאָ אַ חידוש.
The post ‘Sefer Elijah’ — probably the oldest proto-Ashkenazi text appeared first on The Forward.
