
גאָט האָט געזאָגט אַבֿרהם אַבֿינו, אַז זײַנע קינדער און קינדסקינדער וועלן זיך מערן ווי די שטערן אין הימל (מאָלערײַ פֿון אַדאָלף הולט, 1919) Photo by Library of Congress / Wikimedia Commons
פֿון הרבֿ אליעזר שם טוב
October 17, 2026
ווייניק זאַכן רופֿן אַרויס אַזוי פֿיל אַנגסטן און דעפּרעסיע ווי דאָס געפֿיל, אַז עמעצער האָט זיך נישט־שיין אויפֿגעפֿירט מיט דיר. דאָס לאָזט איבער אַן אַלגעמיינעם געפֿיל פֿון נישט־ווערטיקייט און הילפֿלאָזיקייט, אויסער דעם באַזונדערן ווייטיק פֿון דער באַעוולונג גופֿא. דאָס קען דעם מענטש ממש פּאַראַליזירן.
אַ מאָל איז גרינג צו פֿאַרשטיין ווען אַ געוויסער ווייטיק איז נייטיק און אַפֿילו נוצלעך, און ווען נישט. ווען מע זעט נישט קיין קלאָרן באַניץ, קומט מען צו דער אמונה: מע קען גלייבן אַז עס האָט נישט קיין זין, אָדער מע קען גלייבן אַז יאָ.
אויף וואָס קען אַ מענטש באַגרינדן זײַן גלויבן, אַז די אומגערעכטיקייטן וואָס ער דערלעבט און וואָס זעען אויס ווי עכטע עוולות, וועלן אים אין דער אמתן צו ניץ קומען — אויסער דעם וואָס ער וויל אַזוי גלייבן, ווײַל עס איז אים באַקוועמער?
איין אופֿן איז זיך אַרײַנצוטראַכטן אינעם מקור פֿון זײַן ליידן. ווען עס וואָלט געווען דער מענטש וואָס באַשליסט מיר צו טאָן שלעכטס, וואָלט דאָס נישט דווקא געווען פֿאַר זײַנט וועגן. אָבער ווײַל גאָרנישט געשעט צופֿעליק, און עס איז דער אויבערשטער — דער מקור פֿון אַל דאָס גוטס — וואָס האָט באַשטימט אַז איך זאָל לײַדן, איז עס אָן אַ ספֿק פֿאַר מיר לטובֿה, אַפֿילו ווען איך פֿאַרשטיי נישט ווי אַזוי.
און דאָ קומען מיר צו איינער פֿון די יסודותדיקסטע קשיות: ווי אַזוי קען מען צוזאַמענפּאַסן די צוויי יסודות פֿון בחירה חפֿשית (די מעגלעכקייט וואס דער מענטש האט אויסצוקלײַבן פֿרײַוויליגערהייט ווי זיך אויפֿצופֿירן) און השגחה פּרטית (דעם אויבערשטן׳ס אויפֿפּאַסן אויף יעדער איינצלהייט און פּאַסירונג אין דער וועלט)? מיט אַנדערע ווערטער: ווער האָט דאָס לעצטע וואָרט אין דעם וואָס געשעט אויף דער וועלט — דער אויבערשטער אָדער דער מענטש?
אויב דער אויבערשטער באַשטימט אַלץ וואָס געשעט, אַרײַנגערעכנט די עוולה וואָס איך האָב געליטן, מיינט דאָס דען, אַז דער מענטש — אַרײַנגערעכנט יענער נאַר וואָס האָט מיר געטאָן די עוולה — איז פּטור פֿון אחריות פֿאַר זײַנע מעשׂים? און אויב דער מענטש איז יאָ פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר זײַנע באַשלוסן, מיינט דאָס דען, אַז דער אויבערשטער האָט נישט קיין השפּעה און קיין קאָנטראָל איבער דעם וואָס געשעט אין זײַן וועלט, און אַז עס קענען פּאַסירן עכטע אומגערעכטיקייטן?
אַ מעגלעכער ענטפֿער אויף דער דאָזיקער רעטעניש געפֿינען מיר אין דער וואָכעדיקער סדרה, לך־לך.
איינע פֿון די וויכטיקסטע געשעענישן אין אונדזער געשיכטע איז באַקאַנט ווי דער ברית בין הבתרים — ווען דער אויבערשטער זאָגט אונדזער פֿאָטער אַבֿרהם, אַז זײַנע קינדער וועלן דורכגיין אַ תּקופֿה פֿון פֿיר הונדערט יאָר פֿון פֿרעמדשאַפֿט און קנעכטשאַפֿט, און אַז דערנאָך וועט ער באַשטראָפֿן די וואָס האָבן זיי פֿאַרשקלאַפֿט, און זײַנע קינדער וועלן אַרויסגיין מיט גרויס רײַכטום.
צווישן די פֿילע קשיות וואָס פֿאַלן גלײַך אין די אויגן, קען מען פֿרעגן: ווי אַזוי פֿאַרשטייט מען דאָס וואָס דער אויבערשטער זאָגט אַז ער וועט באַשטראָפֿן די אויספֿירער פֿון זײַן אייגענעם רצון? אויב דער אויבערשטער האָט באַשטימט אַז די קינדער פֿון אַבֿרהם מוזן דורכגיין אַ פּעריאָד פֿון שקלאַפֿערײַ, פֿאַר וואָס זאָל ער באַשטראָפֿן די וואָס פֿירן אויס זײַן גזירה?
אַ תּירוץ אויף דעם גיט דער רמב״ם: כאָטש דער אויבערשטער האָט באַשטימט אַז די קינדער פֿון אַבֿרהם זאָלן דורכגיין אַ תּקופֿה פֿון קנעכטשאַפֿט, האָט ער נישט באַשטימט וועלכער יחיד פֿון דעם פֿאָלק וואָס וועט זיי פֿאַרשקלאַפֿן זאָל דאָס אויספֿירן. יעדער מצרי האָט פֿאַר זיך אַליין, מיט זײַן אייגענער בחירה, באַשלאָסן אויפֿצוהייבן די האַנט און געבן דעם שמיץ מיט דער בײַטש. און פֿאַר אָט דעם באַשלוס האָט ער פֿאַרדינט די שטראָף.
דער זעלבער פּרינציפּ גילט אויך אין אונדזער טאָג־טעגלעך לעבן: דער אויבערשטער באַשטימט וואָס עס וועט פּאַסירן מיט יעדן איינעם, אָבער נישט דווקא ווער עס וועט זײַן דער אויספֿירער.
אויב דער אויבערשטער באַשליסט אַז איך דאַרף פֿאַרלירן פֿופֿציק דאָלאַר, האָט איצט יעדער מענטש די מעגלעכקייט צו באַזליסן צי ער וויל זיי בײַ מיר גנבֿענען. ער וועט באַשטראָפֿט ווערן פֿאַר זײַן באַשלוס עובֿר צו זײַן אויפֿן איסור פֿון לא תגנובֿ — מע טאָר נישט גנבֿענען. אָבער ווען נישט דעם אויבערשטערס באַשלוס אַז איך זאָל דאָס געלט פֿאַרלירן, וואָלט קיינער אויף דער וועלט נישט געקענט אויסקלײַבן זיי בײַ מיר צו גנבֿענען.
דעריבער איז די „געצײַג“ פֿון דער וואָך דאָס פֿאָלגנדיקע:
ווען עס טרעפֿט אונדז עפּעס אומאָנגענעמס אין לעבן, זאָלן מיר, אַנשטאָט זיך צו בייזערן אויפֿן „שליח“, געדענקען דעם אמתן מקור פֿון דעם וואָס איז געשען. מיר זאָלן זיך דערמאָנען אַז דער ציל פֿון דער „ידיעה“ איז — אָן קיין ספֿק — פֿאַר אונדזערט וועגן, און זוכן ווי אַזוי מיר קענען אויסניצן די ווייטיקדיקע סיטואַציע צום גוטן.
Support for the Forverts comes in part from the Marinus and Minna B. Koster Foundation
We believe that there shouldn’t be any barriers to quality, independent Jewish news. That’s why we invite millions to read and share our journalism without a paywall or subscription.
But did you know that only 2% of Forward readers donate to support us?
While the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
Reader support is the only way that we are able to do this work. If you find value in what we do, please support our nonprofit newsroom.

