
Photo by John MACDOUGALL / AFP via Getty Images
פֿון דזשײק שנײַדער
October 12, 2026
דעם 25סטן יולי איז דער פּאָעט דזשײק שנײַדער געפֿאָרן קײן װײַמאַר כּדי צו מאָדערירן אַ כּמו־טעלעװיזיע־פּראָגראַם אױף ייִדיש מיט דער אַקטריסע עלענאָר ריסאַ, אַן אונטערנעמונג אין משך פֿונעם פֿעסטיװאַל „ייִדיש־זומער װײַמאַר“. אױף מאָרגן איז ער אַהײמגעפֿאָרן קײן בערלין, װוּ ער האָט מאַרשירט אינעם יערלעכן שטאָלץ־פּאַראַד – אײדער אַ טעראָריסט האָט אַטאַקירט דעם פּאַראַד, דערמאָרדעט אײן פֿרױ און פֿאַרװוּנדיקט מער װי 30 מענטשן. אָט דער „פּאָעטישער באַריכט“ דאָקומענטירט כראָנאָלאָגיש זײַנע פֿראַגמענטאַרישע געדאַנקען און אײַנדרוקן פֿון דעם דאָזיקן מעת־לעת.
װאָס איז טײַטש „לײַװ“?
פֿון דזשייק שנײַדער
פֿאַרבײַגעגאַנגענע רעקלאַמעס׃
פֿאַרטאָפּלט אײַער עקראַנצײַט!
װערט אַ זעלנערין פֿאַר דײַטשלאַנד!
אײַער דירה־געלט איז צו טײַער!
איך דאַרף נאָך מסרן מײַן ראָװער־גנבֿ.
כאַפּן די פֿאַרלאָזלעך פֿאַרשפּעטיקטע באַן.
שױן זיצט מײַן סטודיאָ־עולם און װאַרט.
פּונקט אַזױ װי די װערטער פֿון דער װאָך.
אונטערװאַרטן, אָפּװאַרטן, צוּװאַרטן.
פּונקט אַזױ װי יאַנקלס נײַער װערטער־װידעאָ.
עס װאַרט אַ שיסל מיט ברױנע עם־ען־עמס.
איך האָב שױן אײן מאָל פּראָבירט דעם קלאַנג.
אַ שמועס־שעה אױף פֿאַרשטומטן ייִדיש.
אַ טעלעװיזיע־פּראָגראַם אָן טעלעװיזיעס.
אַ לעבעדיקע לאַכטאַשמע, דאַנקען גאָט.
„אונדזער עולם“ איז דאָך דאָ אין װײַמאַר.
איך דאַרף נישט איבערחזרן אױף כינעזיש.
פּאָסטקאַרטלעך פֿון װאַרשע, סאַו־פּאַולו.
אַכט מדינות… אָבער נישט דײַטשלאַנד.
עלענאָר באַװױנט אונדזער נישט־טעלעװיזיע.
ליבע־בריװ פֿונעם אונטערװעש־שופֿלאָד.
דאָס טײַערסטע קלײד פֿון אַ גאַנץ לעבן.
אַז מען דערמאָנט פֿראַנק לאָנדאָנען…
כּדי צו שטראָמען באַדאַרף מען נײַעס.
אַזאַ מין איצט באַדאַרף אַן איצטיקײט.
אַנישט קומט דער נעטפֿליקס־עפֿעקט.
אָן־סופֿיקע אַפֿישן אַדורכצובלעטערן.
בײַ ממשותדיקע נײַעס קומען שטױס־מעלדונגען.
די מאָבילקעס, טאַבלעטן און זײגערלעך װיברירן.
און שױן איז אונדזער שמועס־שעה פֿאַרבײַ.
שױן האָבן מיר געבענטשט עלעקרטישע ליכט.
געריסן די חלות, געגעסן די אוגערקעס.
אֵין כּל, אֵין כּל, אֵין כּל…. „טײַ“.
נישטאָ קײן צײַט פֿאַר אַ חצות בײַם טײַך.
די באַן פֿאָרט אומהײמלעך איצטיקיסטיש.
אינסטאַגראַם האָט פֿאַרגעסן זײַן ייִדיש.
שױן אַהײמגעפֿאָרן מיטן דינג־ראָװער.
שױן געגלעט מײַן הינטלס קאָנוס־קאָפּ.
שױן אָנגעטאָן מײַן בער־קאָסטיום.
שױן געפֿאָרן צום פּרײַד־לחײם.
שױן געקװעטשט אױפֿן נײַנטן קנעפּל.
שױן איבערגעקערט אַ טעלער מיט נאַשן.
שױן געהערט מעשׂיות פֿון נעכטן בײַ נאַכט.
שױן פּאָזירט אינעם יערלעכן באַלקאָנבילד.
אַלע טראָגן װי תּמיד די סאַמע מאָדישע זאָקן.
אַ פֿרײלעכן פּרײַד. פֿרײלעך צו זײַן פֿרײלעך.
אַראָפּ און אַרױס מיט די אַנדערע פֿײגעלעך.
אַן אַנדער שׂימחה־גרופּע װאַרט שױן אין דרױסן.
איך טאָר נישט קװעטשן דאָס פֿרײלעך־קנעפּל.
איך טאָר נישט נאַשן קײן שװאַמעלע־שאָקאָלאַד.
מיר יאָגן זיך נאָך די אַנטלאָפֿענע פּאַראַד־װאָגנס.
הײַיאָר פּראָקלאַמירט מען כּמו־פּאָליטישע לאָזונגען.
דעות זענען רײצנדיק. די „גוטע גבֿירים“ בלײַבן.
מיר מאַרשירן טאַנצעװדיק, טאַנצן מאַרשירעװדיק.
ס׳איז דער הױפּטשטראָם־פּרײַד, דער באַנאַלער.
נישט דער לעסבישער, נישט דער פּאַלעסטינישער.
מיר פֿאַרלירן אַ חבֿר אַלע פֿינף מינוט.
מיר װאַרטן אױפֿן קלאָזעט־הײַזעלע.
מיר האַלטן זיך אָפּ בײַ נאָלנדאָרף־פּלאַץ.
דאָרט אױבן אַרבעט מײַן צײנדאָקטער!
דאָרט װוּ עס הענגען די נחת־פֿענער!
אַ ביר פֿון אָרגאַנישן סופּערמאַרק.
כּדי אַרײַנצוגײן דאַרף מען זיך אָנטאָן.
איך דאַרף נאָך ענדיקן דאָס „לײַװ“-ליד.
איך דאַרף שפּאַצירן מיטן קאָנוס־קעפּל.
איך דאַרף נאָך שרײַבן עטלעכע רשימות.
קודם־כּל, פֿאַר װאָס נישט אַ שניצל?
די קיך פֿאַרמאַכט זיך צען אַ זײגער.
מיר באַשטעלן אין דער לעצטער מינוט.
מיר עסן דאָס אױסגעפּלאַטשיקטן פֿלײש.
מיר שפּאַצירן אַהײם דורך די געסלעך.
צװײ פֿײגעלעך פֿון אַ גאַנץ יאָר מיט אַ הינטל.
שױן קומען די שטױס־מעלדונגען.
שױן שטײען מיר אױף דער שװעל.
איך דאַרף זיך שױן „מעלדן בשלום“.
איך דאַרף נאָך מעלדן מײַן ראָװער.
איך דאַרף נאָך ענטפֿערן אױף די בריװלעך.
צי בין איך בשלום? װער איז בלשום?
די מלחמה קעגן מלחמות איז אױס.
עס בלײַבן אונדז בלױז מײנונגען.
יעדער אײנער האָט זײַן אָפּרוף.
יעדער אײנער האָט זײַנע דעות.
יעדער אײנער האָט קלוגע פּירושים.
װער זשע װיל זײַן אין די נײַעס?
בערלין קײן װײַמאַר קײן בערלין, 26-25 יולי
Support for the Forverts comes in part from the Marinus and Minna B. Koster Foundation
We believe that there shouldn’t be any barriers to quality, independent Jewish news. That’s why we invite millions to read and share our journalism without a paywall or subscription.
But did you know that only 2% of Forward readers donate to support us?
While the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
Reader support is the only way that we are able to do this work. If you find value in what we do, please support our nonprofit newsroom.

