
וועלוול קירשענבוים מאָכט זיך היימיש אין אַ טראַדיציאָנעלן מאַראָקישן חתונה־זאַל Courtesy of Velvl Kirshenbaum
October 22, 2026
דער ירושלימער יוטוב־שטערן וועלוול קירשנבוים האָט לעצטנס אַרויסגעשטעלט אַ ווידעאָ אויף ייִדיש פֿון אַ פּרעכטיקן וויזיט, וואָס ער האָט געמאַכט אין מאַראָקאָ. עס באַגלייט אים זײַן חבֿר אַבֿרהם פּרץ.
אינעם ווידעאָ זעט מען ווי קירשנבוים דאַוונט שחרית מיט די אָרטיקע ייִדן און באַזוכט אַ גוט אָפּגעהיטענעם בית־עולם, וווּ עס ליגן באַערדיקט גרויסע צדיקים ווי למשל הרבֿ חיים בן עתר (1696–1743), באַקאַנט ווי דער „אור החיים“. „מענטשן מיינען, אַז נאָר איז אייראָפּע זענען דאָ קבֿרים פֿון צדיקים!“ זאָגט קירשנבוים.
מיר זעען אַ גרויסע, שיינע שיל מיט אַ פֿײַנער אַרכיטעקטור אין קאַזאַבלאַנקאַ; דעם גרויסן אַראַבישן שוק, וווּ קירשנבוים קויפֿט זיך אײַן מלבושים פּונקט ווי די מאַראָקאַנער גייען אָנגעטאָן. ער באַוווּנדערט אויך די שיינע טיי־גלעזער און טשײַניקן, וואָס מע פֿאַרקויפֿט דאָרט, און באַקענט זיך מיט אַ ייִדישן סוחר וואָס האַנדלט מיט זילבער און גאָלד, פּונקט אַזוי ווי זײַן טאַטע און זיידע האָבן געטאָן פֿאַר דור־דורות.
Support for the Forverts comes in part from the Marinus and Minna B. Koster Foundation
We believe that there shouldn’t be any barriers to quality, independent Jewish news. That’s why we invite millions to read and share our journalism without a paywall or subscription.
But did you know that only 2% of Forward readers donate to support us?
While the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
Reader support is the only way that we are able to do this work. If you find value in what we do, please support our nonprofit newsroom.

